What are the guidelines that would make a concert “kosher”?
Question:
My children like music. They express interest in attending concerts. I only feel comfortable if there is no mixed seating. Even if there isn’t mixed seating, something about it just doesn’t sit right.
I was recently at a concert for the first time. There was an option for separate seating, which we chose. Women were singing along all together out loud, some were dancing. There was no mechitza. I did not feel comfortable with it. But maybe there is a heter for this as the room is dark, and its many girls singing together?… and maybe according to the basic halacha it is ok? and just if you want to be extra stringent it’s a problem?
Am I being overly machmir with my sense of discomfort?
It seems every day there is another concert popping up somewhere and it would be helpful for me to know what Halacha say about this, in case an opportunity arises again in the future.
What are the guidelines that would make a concert “kosher”?
Answer:
Please see here:
Are men and women allowed to sit together? (At a concert, event, etc.)
Specifically, regarding concerts, note the following answers from the Rebbe:
1.
In 5748, HASC planned its first “A Time for Music” benefit concert and invited MBD to perform. He agreed on condition that the performance will have separate seating across the whole hall, but the organizers were worried that such an arrangement will cause many people to avoid the concert. MBD offered to go with them to “Sunday Dollars” by the Rebbe and ask the Rebbe for a blessing, asking that the concert be successful despite the separate seating.
The next Sunday the HASC organizers arrived in 770 together with MBD, and after MBD introduced them to the Rebbe he mentioned that they agreed to make the concert with separate seating, and they want a blessing for success. The Rebbe gave them a blessing and the preparations for the concert began.
A few days before the concert was due to take place the organizers were worried, very few tickets were sold, and people said it was because of the separate seating. One of the organizers came up with an idea, to have mixed seating but call it “Family Seating,” thus skirting the Halachic requirement for separate seating. But MBD was steadfast in his refusal and asked the organizers to write to the Rebbe about the problems and their idea. The Rebbe replied:
כל הנ”ל אינו משנה את השולחן ערוך, ברכה והצלחה
2.
Printed in Dvar Melech 5759 Page 127 Published by Uforatzta
למה ידחו ח”ו ודאי דיראת שמים – (ודכל הנוכחים שי’) – מפני ספק דממון דאחדים שי’?!
The negative impact on the Yiras Shamayim of anyone participating in a mixed event is definite; while the loss of money caused by making a separate seating event, is not definite.
3.
Rabbi Groner A”h relates:
יש ארגון חרדי בברוקלין, העורך פעם בשנה ‘קונצרט חזנות’. באחת השנים הזמינו את ר’ אברהם הכהן שיחי’ פריד שיופיע אצלם, והסכים בתנאי שיפרידו בין הגברים והנשים (ישיבה בטורים נפרדים, ללא מחיצה).
הם טענו שזה יכול לגרוע במספר המשתתפים, ופנו לרבי.
המענה שקיבלו היה: התערובות – איסור ודאי, הגרעון – ספק, ואין ספק מוציא מידי ודאי
וכן עשו. ובאותה שנה היה להם מספר גדול יותר של משתתפים
התקשרות גליון 641
4.
אגרות קודש כרך ט
ב’תרכג
ב”ה, אדר”ח אייר, תשי”ד
ברוקלין.
שלום וברכה!
אין צוזאמענהאנג מיט די פערשידענע קלאנגען וועלכע האבען דערגרייכט צו מיר און וועלכע וואונדערן מיר זייער, איז ניט רעכענענדיק זיך מיט מיינע פילע טרדות, שרייב איך די פאלגענדע שורות.
לויט ווי מען האט מיר איבערגעגעבען (און וואס איך האף אז סוף כל סוף וועלען זיי זיך ארויסווייזען פאר ניט ריכטיג) אז אייער משפחה איז מען געגען איינארדנען די חתונה פון אייער טאכטער… לויט דער פאדערונג פון שולחן ערוך אז עס מוז זיין א מחיצה בעת דער חתונה צווישען מענער און פרויען.
וויל איך דערמיט ערקלערין אייך דעם מצב לויט ווי איך זעה עם. און דאס איז פאלגענדעס:
ווען מען ארדענט איין א חתונה מיט א מחיצה לויט ווי עס פאדערט תורתנו הק’, פסק’נט די תורה אז מען זאל זאגען “שהשמחה במעונו” ד.ה. אז ווען מען דערמאנט דעם אויבערשטענס ברוך הוא נאמען דערמאנט מען עם אז עס זאל זיין שמחה און ממשיך זיין דאס אין וועלט און צום אלעם ערשטען צו דעם חתן און די כלה.
זיכער איז איבעריג צו באשרייבען וואס האט פאסירט אין די לעצטע יארען אין דער וועלט אין אלגעמיין און בא אידען בפרט, און אויב אין אלע צייטען האט מען געמוזט אנקומען צו הקב”ה פאר ברכה והצלחה און נאך מער צו א געזונטען און פרייליכען לעבען, איז אין אונזער דור איז דאס נאך פיל מער נויטיגער, און דער איינציגער וועלכער קען דאס באווארענען איז דאס דער וועלכער איז דער בעל הבית פון דער גאנצער וועלט הוא הקדוש ברוך הוא.
זיינער צייט ווען הרה”ח… שי’ האט מיר געפרעגט מיין מיינונג וועגען דעם שידוך און ווען עס איז אנגעקומען צו מיר אייער אנפראגע אין דעם, האב איך געפונען פאר מיין פליכט און זכות צו באווארענען אז ווען אייער טאכטער און הרב… שיחיו הויבן אן א צוזאמענלעבען, זאל דאס זיין אין א אופן וואס מען קען ערווארטען די מאקסימום ברכות פון השי”ת, אז זיי זאלען האבען א געזונטע פרייליכע הויז, וואס ווי געזאגט האט מען אויף דעם א צושטימונג פון תורתנו הק’ ווען מען קען זאגען בא דער חתונה שהשמחה במעונו, און אז די תורה פסק’נט אפ אזוי, און ניט אנדערש, איז זעלבסט פארשטענדליך אז קיינער קען דאס ניט ענדערען. און דעריבער האט מיר געוואונדערט, אז עלטערען וועלכע טוען אלץ אז קינדער זאלען זיין גליקליך, אין דעם וואס ווענדעט זיך נאר אן זיי, זאלען גאר וועלען אנווענדען כחות ניט צו דערלאזען, אז בא אייער טאכטער’ס חתונה זאל זיין שמחה, וואס בדרך ממילא פעלט דאס ח”ו דערנאך אין זייער לעבען, ר”ל.
חתונה האט מען בכדי צו בויען א הויז אויף צענדליגער יארן איז רעכט בא עלטערען צו ריזיקירען דאס וואס עס רירט אן דער טאכטער אויף צענדליגער יארען, בכדי אז אויף די פאר שעה וואס עס געדויערט די חתונה, געפעלען ווערען פאר די מענשן וועלכע ווייסען ניט די דינים פון שולחן ערוך אדער וועלכע רעכענען זיך ניט מיטן שולחן ערוך, אדער פאר די לייכטזיניגע וועלכע בא זיי איז רעכט ריזיקירען א זאך פון צענדליגער יארען צוליב א מאמענטאלען געדוכטען פארגעניגען. און עס וואונדערט מיר פון וואנען נעמט זיך בא עלטערען אזא ברייטקייט, צו נעמען אויף זיך אזא פאראנטווארטליכקייט.
עס איז ניט מיין ענין צו שיקען פאליס צווינגען טאן ווי מיין מיינונג איז, עס איז ניט מיין ענין צו נייטען מענשן בכלל, טאן לויט מיין מיינונג, און עס איז אויך ניט מיין ענין צו זאגען שווערע ווערטער, און דעריבער וויל איך שליסען מיין בריף צו ריידען נאר אין דער גוטער זייט. אז ווען איך האב געגעבן מיין הסכמה אויף דעם שידוך בין איך געווען זיכער אז אויך די עלטערן פון זייער זייט וועלען טאן אלעס וואס עס ווענדעט זיך נאר אן זיי, אז זייער טאכטער און צוקונפטיגער איידים זאלען זיין פארזיכערט אויף וויפיל עס לאזט זיך נאר אויף די צענדליגער יארען וואס זיי וועלען זיין צוזאמען, און זעלבסט פארשטענדליך אז עס וועט ניט פארנעמען קיין ארט דאס וואס אירע חבר’טעס וועלען יע זיין צופרידען אדער ניט צופרידען, אויב נאר די תורה הק’ וועט זיין צופרידען פון אזא סדר בא דער חתונה, און נעמענדיג דאס אין חשבון האב איך געגעבען מיין הסכמה אויף דעם שידוך, און ווי געזאגט פריער, אויב מען וויל אויף א אמת אז בא דער חתונה זאל די תורה הק’ פסק’נען אז מען קען זאגען שהשמחה במעונו און דורך דעם זאל מען דערנאך זיין צופרידען דעם גאנצען לעבען, זאגט דער שולחן ערוך* אז די חתונה דארף זיין מיט א מחיצה.
בברכה,
בשם כ”ק אדמו”ר שליט”א
מזכיר
נ.ב.
איך גיב איבער צו הרב… שי’ אז ער זאל זיך מער ניט מישען אין דער פראגע פון דער מחיצה, און אויב בא אייגענע עלטערען קומט אויס אז זיי האבען ברייטע פלייצעס און קענען איינשטעלען שמחה-לעבען פון זייער טאכטער תחי’ אויף זייער אייגענע אחריות אנדערש ווי עס שטייט אין שולחן ערוך, קען איך ליידער צו דעם גארניט טאן.
איך ווייס אויך אז עס זיינען געווען פילע חתונות און אויך פון פרומע און ליידער אן מחיצות, אבער איך ווייס אויך די צרות וועלכע זיינען ליידער געקומען שפעטער, און השי”ת זאל אייך בענטשען אז איר זאלט שטענדיג קענען אנזאגען נאר גוטע בשורות סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
האגרת שלפנינו נדפסה בלקו”ש ח”ט ע’ 332, והושלמה ע”פ העתק המזכירות.
*) ב”ח ובית שמואל – בשו”ע אה”ע סימן ס”ב סקי”א ומ שכתב בלבוש (במנהגים סוף חלק אורח חיים) דדמיי כקאקי חיוורי – בעוונותינו הרבים רואים אשר, לעת עתה אין הדבר כך.
#32053